לאָמיר זיך אַ ביסל באַוואָרענען: איך ווייס למפרע, אַז איך וועל פון אָט דעם אַרטיקל קיין "האָניק ניט לעקן"; אדרבא, איך וועל נאָך אַריינכאַפּן אַ שפּאָר ביסל חוזק-שטעכלקעס און ביטערע קריטיק. פּלוני וועט זאָגן: ס'טו געזען? אַ נייער וואָרטזאָגער אין אונדזער גרויסער שכונה! אַן אַנדערער וועט מיט אַ קרומען שמייכל בורטשען: טאָמער פעלט אונז - האָסטו אַ פרישן בר-נש וואָס האָט ליב צו קריטיקירן, צו טשעפּשן זיך און דראַפּען זיך מיט זיינע נעגל אויף די גלייכע ווענט, אַ ביטערער מענטש... וכדומה אַזעלכע "ריח-ניחוחדיקע" אָפּרופן. און נאָך מער: מיר לעבן היינט אין אַזעלכע צייטן און אומשטענדן, אַז ס'זיינען דאָ גאָר שוואַכע אויסזיכטן אַז מיינע ווערטער וועלן ווערן אָנגענומען אַפילו ביי די (אויב ס'וועלן זיך אָפּגעפינען אַזעלכע) וואָס וועלן מסכים זיין מיט מיינע ווערטער. איז דער טיטל-קאָפּ ניט אויסגעהאַלטן: ס'איז ניט אַ 'קול קורא במדבר', נאָר אַ 'קול אין אַ דזשאָנגל', וואו מ'קען צוליב דעם נאָך כאַפּן איבערן קאָפּ פון ברואים משונים... און פונדעסטוועגן האָב איך דאָס מאָל באַשלאָסן פאָרט צו שרייבן און אַפילו אָפּדרוקן אָט דעם אַרטיקל (ווייל שרייבן האָב איך שוין געשריבן דריי-פיר אַרטיקלען וועגן דעם תוכן פון אָט די שורות - און ניט פאַרעפנטלעכט, וויסנדיק ווי בידנע עס וועלן זיין די תוצאות).
זכור ימות עולם... מיר דאַרפן געדענקען ווי גוואַלדיק פונדאַמענטאַל און לעבנס-וויכטיק ס'איז געווען דער חינוך און לימוד-התורה פון קינדער ביי אידן בכלל און ביי די חב"ד-אידן בפרט. הגם אַז דאָס זיינען שוין אויסגעדראָשענע ווערטער ביי אידן, מוז מען זיי דאָך גוט איינבייסן, צעקייען און איינקריצן אין מוח און האַרץ. פאַרוואָס? ווייל אונזער פאַרגליווערטן געמיט מוזן דורכעגבערן די הייליקע ווערטער פון פריערדיקן ליובאַוויטשער רבי'ן, דער רבי מהוריי"צ נ"ע, אַז אַמעריקע איז ניט אַנדערש! טאָר ניט זיין אַנדערש! מוז זיין ניט אַנדערש! מיר באַמערקן ניט, ווי עס פילט זיך ניט איצט (ווי אַמאָל) די ברענענדיקע שאַרפקייט פון אַ תורה און חסידות-חינוך, וואָס האָט אַמאָל פאַרברענט אַלע אָנגעוואָקסענע מחיצות און שטערונגען.
היינט איז געוואָרן אַ מצב, אַז "די געדיכטעניש פון די ביימער פאַרשטעלט דעם וואַלד". די תורה-מוסדות זיינען ב"ה שטאַרק געוואָקסן, זיך צעשפּרייט אין דער לענג און ברייט; אַזוי אַז דער אַלגעמיינער חינוך-סיסטעם האָט שטאַרק באַאיינפלוסט אויך די חסידישע מוסדות און זיי איינגעראַמט אין די ראַמען פון כל-מיני מאָדערנע באַדערפענישן און היינטצייטיקע סדרי החיים. אַזוי אַרום האָבן די אַלע סיסטעמען היפּש פאַרטונקלט, פאַרדעקט און פאַרשטעלט אויפן עיקר - אויפן תורה און חינוך-פייער-האַרץ פון דעם תורה-מוסד.
ווער געדענקט ניט ווי ס'איז געווען דער דורי-דורות שטרענג אָפּגעהיטער דרך פון די תורה-מוסדות בכלל און די חב"ד-מוסדות במיוחד?! וויבאַלד אַז תורה-חינוך איז דער צענטראַלער לעבנס-נערוו פון יהדות, האָט עס מחייב געווען, אַז דער תורה-מוסד איז (לכל-הפּחות) אַזוי ווי אַ פּיקוח-נפשדיקער הצלה-פּונקט, וואָס דאַרף זיין אָפן פאַר יעדן אידיש קינד!, וויבאַלד אַזוי, איז ניטאָ און ס'קען ניט זיין קיין סעלעקטיווער אופן ביים אויפנעמען די תלמידים! וואָרעם ווען ס'האַנדלט זיך אין הצלת נפשות, טאָר מען נישט וועגן און מעסטן די קוואַליפיקאַציעס פון דעם אָדער יענעם אידישן קינד; בפרט אין די ערשטע פאַזעס פון תורה-לימוד און יהדות-חינוך. אַזוי איז געווען דער דרך פון די תורה-מוסדות ביי אידן פון זינט יהושע בן גמלא.
און אין יענע מוסדות, ובפרט אין די חב"ד-מוסדות, איז געווען דורכאויס אָפּגעפרעגט און אויסגעשלאָסן די שכר-לימוד-סעלעקציע. אין די אַלערליי שווערע און ביטערע אומשטענדן - צי האָט אַ מאָל דער אָנפירער פונעם מוסד געמאָנט ביי די עלטערן פונעם תלמיד-קאַנדידאַט ער זאָל צאָלן כך-וכך? און ווער רעדט נאָך צו זאָגן, חלילה, אַז אויב ניט צאָלן די געפאָדערטע סומע זיינען די טויערן פון מוסד געשלאָסן פאַרן קינד?! הס מלהזכיר!
אַפילו ביי די אומות העולם איז שוין אַ חק-ולא-יעבור-איינפיר אַריינצונעמען אין עלעמענטאַרן חינוך-סיסטעם יעדן איינעם וואָס ווענדט זיך, אָן שום סעלעקציע פון כשרונות און פינאַנץ-מיטלען. איז דאָך על-אחת-כמה-וכמה - וויפיל מאָל מער מוז אַזוי זיין אין קדושהדיקן תורה-חינוך! און אַזוי איז דאָך געווען אָט "ערשט", ניט לאַנג צוריק, ווי איך געדענק פון דער ישיבה אין סאַמאַרקאַנד, אין ברינואַ, א"נ. אין דער בעסערער תקופה פון סאַמאַרקאַנד, ווען דער אנ"ש-עולם האָט אָנגעהויבן אַ ביסל קומען צו זיך אין פּרנסה און די ישיבה "תומכי תמימים" האָט זיך שטאַרק צעוואָקסן - האָבן מיר, אַלע תלמידים, געהאַט אַלץ וואָס מיר האָבן געדאַרפט; עס האָט קיין געלט ניט געפעלט. צי האָט עס דער מנהל געקראָגן פון שכר-לימוד? בפירוש ניט! דער געהויבנסטער עובד השם און שטרענגער ר' ניסן נעמענאָוו ע"ה האָט די טאַטעס און מאַמעס פון די תלמידים קיינמאָל ניט געדריקט; זיי האָבן געצאָלט וויפל זיי האָבן געקענט (און אַמאָל אַפילו ווייניקער).
טאָ פון וואַנען און ווי אַזוי זיינען געדעקט געוואָרן די גאָר גרויסע הוצאות פון דער ישיבה? ניט געווען דאָרט קיין מלוכה-שטיצע (די איינציקע "שטיצע" פון דער ממשלה איז דעמאָלט געווען, וואָס זי האָט אויף אַ וויילע, צוליב אירע מלחמה-אַליאירטע, זיך געמאַכט ניט-זעענדיק און ניט פאַרשיקט אָדער געשאָסן די ישיבה-פירער און די תלמידים), ניט קיין הילף פון "דזשאָינט", פעדעריישאָן וכדומה. אלא וואָס דען? ר' ניסן האָט טאַקע גאָרניט געדריקט די טאַטעס, אָבער ער האָט אויסגעאיבט אַ חסידישן השפּעה-דרוק אויף די געציילטע "געלטיקע" חסידים פון טאַשקענט און סאַמאַרקאַנד (איך באַנוץ ס'וואָרט "געלטיקע", ווייל זיי זיינען דאָרט ניט געווען אין דער בחינה פון גבירים מיט די אַלע 'אַטריבוטן' פון אַ גביר אין די פרייע לענדער).
און לאָמיר דאָ זיין אַביסל מער פּערזענלעך און פּרטימדיק. די 'גלאַוונע' מנדבים פון די וואָס האָבן אויסגעהאַלטן די ישיבה אין סאַמאַרקאַנד זיינען געווען די גוט-באַקאַנטע ר' חייקל חאַנין און ר' לוי-יצחק שפּירא ע"ה. מיט וואָס פאַר אַ חסידישן 'געשמאַק' זיי האָבן געגעבן די צענדליקער און הונדערטער אלפים רובל, וואָס זיי האָבן אַריינגעקראָגן איינשטעלנדיק זייער לעבן טאָג נאָך טאָג! און אויך אין רוסלאַנד איז דאָס ניט געווען זייער איינציקער צדקה-אַדרעס.
אגב, ר' חייקל חאַנין האָט ניט פאַרגעסן די ישיבה אויך ווען ער האָט זיך אַוועקגעלאָזט צו דער רוסיש-פּוילישער גרענעץ מיטן באַשלוס אַרויסצוקריגן זיך פון רוסישן רויטן גיהנום: ער האָט איבערגעלאָזט אַ מיליאָן רובל פאַר די תלמידים, אַז אויך זיי זאָלן קענען אַרויספאָרן פון סאָוועט-רוסלאַנד.
אין ליכט פון אַזאַ הערלעכן צוגאַנג צום תורהדיק-חסידישן לימוד און חינוך אין די ביטערסטע תקופות אין דער פאַרגאַנגענהייט, ווי קען מען פאַרשטיין די ממש היפּכדיקע באַציאונג צו די תורה-מוסדות מצד זייערע חב"ד-פירער אין די היינטיקע באין-ערוך בעסערע טעג אין אַזאַ מלכות של חסד ווי אַמעריקע? מיט וואָס קען מען באַרעכטיקן אַזעלכע האַרץ-רייסנדיקע פאַלן, וואָס דאָס האַרץ לאָזט ניט זיי צו דערציילן - ווייל דערמיט פאַרשוואַרצט מען דעם אייגענעם פּנים. גענוג צו זאָגן, אַז טאַטעס נאָך טאַטעס שרייען שטילערהייט גוואַלד! זיי קענען בשום-אופן ניט צאָלן אַזעלכע שכר-לימוד סומעס, וואָס באַטרעפן שיער-ניט דעם רוב פון זייערע פאַרדינסטן...
ס'איז טאַקע גוואַלד צו שרייען און ווידער וועגן דער ישיבה אין סאַמאַרקאַנד, אין פּאָקינג און פּאַריז, אונטער דער שטרענגער הנהלה פון ר' ניסן נעמענאָוו ז"ל. ער האָט ניט אָפּגעזאָגט אַ תלמיד צוליב דעם וואָס דער טאַטע האָט ניט געהאַט צאָלן שכר-לימוד; ער האָט ניט באַזייטיקט אייניקע תלמידים, וועלכע זיינען געווען היפּש צעווילדעוועט; אַ פּאָר מיט גאָר טעמפּע מוחות, אין וועלכע מ'האָט ניט געקענט אַריינדויבען אַ לייכטע משנה... וכדומה. דער סך-הכל? צענדליקער גאָר חשובע חב"ד משפּחות זיינען די קינדער און אייניקלעך פון אָט די ניט-באַזייטיקטע תלמידים.
פרעגט זיך די שאלה: וואָס קומט דאָ פאָר? "הזאת נעמי?" זיינען אונדזערע היינטיקע מוסדות אַ המשך פון די פריערדיקע חב"ד-מוסדות, אָדער זיי האָבן אָנגעיאָגט און טאַקע אַ סך איבערגעיאָגט געוויסע מאָדערנע אַמעריקאַנער קנאַפּ-פרומע חינוך-מוסדות?
לאָמיר זיך דערלויבן איין ביישפּיל. ווען אַ פאַרהאַוועטער און פאַרמוטשעטער 'שליח', וואָס קען קוים זיך באַזאָרגן מיט טעגלעכער חיונה, האָט געבעטן ביי אַ געוויסן מנהל פון אַ חב"ד-מוסד, ער זאָל אַראָפּלאָזן פון דעם באַשטימטן שכר-לימוד פאַר דעם שליח'ס דריי זין, האָט דער מנהל אים קלאָר געזאָגט, אַז ער איז ניט מחויב צו "שנאָרען" פאַר דעם שליח'ס קינדער... זאָל דער שליח אַליין "שנאָרען"! (זאָל דער לייענער מיר אַנטשולדיקן פאַר ציטירן דעם ניט-איידעלן אויסדרוק פאַר זאַמלען געלט).
אָבער יענער מנהל דאַרף באַנעמען די פאַלשקייט פון זיין באַהויפּטונג. ס'איז בפירוש ניט ריכטיק: פאַר דעם חינוך-מוסד דאַרף ער, ניט דער שליח, זאַמלען געלט! דער שליח דאַרף זאַמלען פאַר זיינע ענינים. פאַרוואָס זאָל אָט-דער מוסד-מנהל ניט געדענקען, אַז אָט ערשט ניט-לאַנג האָט אַן עלטערער, שוואַכער און גאָר חשובער מוסד-מנהל - ווי רבי שמריהו גוראַריה, דער רש"ג ע"ה (איידעם פון פריערדיקן ליובאַוויטשער רבי'ן) - אַליין גענומען דעם וואָגל-שטעקן אין האַנט און געפאָרן אין פאַרשיידענע שטעט צו זאַמלען פאָנדן פאַר דער ישיבה תומכי תמימים; און אַזוי ווייסן מיר, איז דער אַלטינקער פּאָניוועזשער רב, הגאון ר' שלמה יוסף כהנמאַן ז"ל, געפאָרן אין דער גרויסער וועלט פאַר זיין גרויסער ישיבה. דער באַרימטער גאונישער מהר"ם שפּירא ז"ל, לובלינער רב, איז געפאָרן אין מרחקים פאַר זיין באַוואוסטער ישיבה.
און היינט? היינט זיצט אַ מנהל אין אַ גרויסן אָפיס, אַרומגערינגלט מיט קאָמפּיוטערס, מיט סעקרעטאַרן און דריקט צו די טאַטעס צום וואַנט: אָדער איר צאָלט וויפל מ'זאָגט אייך, אָדער...
אַוודאי האָבן די היינטיקע מנהלים גאַנצע "פּעק" מיט אויפקלערונגען, מיט תירוצים, וועלכע גיבן צו פאַרשטיין דעם גרויסן אונטערשייד פון די היינטיקע צייטן און אומשטענדן לגבי די אַמאָליקע. גאַנצע בראָשורן זיינען נויטיק צו אַנאַליזירן זייערע טענות און תירוצים; אָבער בקיצור קען מען זאָגן אָן ספק, אַז די אַלע תירוצים זיינען ווי לאַטעס אויף לעכער, וואָס אַפילו ווען זיי האָבן אַ האַפט, זיינען זיי ניט מער ווי זייער אומסימפּאַטישע לאַטעס, וועלכע צייגן ביים פאַרדעקן אַז דאָ "הויערט" אַ גאָר פיינע לאָך... אָבער וואָס נאָך ערגער: גאָר אַ סך פון די "לאַטעס" זיינען היפּש קלענער פון די לעכער און זיי פאַלן אַריין אין זיי ווי אין טיפע גרובער.
אָבער ווידער וועט זיך פאָדערן צופיל צייט און אָרט צו דערקלערן דאָס אַלץ (אָדער אַפילו אַ טייל דערפון) אויפן פּאַפּיר. אָבער אַ פּאָר "זייטיקע קשיות", מוזן דאָ דערמאָנט ווערן, ווי ס'איז ניט באַקוועם און אַפילו גאַנץ בושהדיק.
ערשטנס, וואָס זאָל מען ענטפערן אַ ניט-חב"דניק (וואָס זעט דעם ענין פון דער זייט, און זוכט ניט צו טשעפּען זיך) אויף די שאלה: היתכן? איר חב"דניקעס גיט אויס מיליאָנען בכדי צו מקרב זיין אַפילו אַביסל אַ אידיש קינד צו תורה און מצוות - טאָ ווי קומט עס אַז פאַר אייערע אייגענע קינדער איז ניט פאַראַן גענוג פינאַנסן, ביז צו אַ מצב, וואָס איז גורם דעם היפּך ממש פון קירוב צו תורה?! און דאָס - זאָגן זיי - איז ניט קיין סוד אויך פאַר אונז?
און אויב אַפילו מ'האָט אין (דער געלעכערטער) 'קעשענע' אַ הויפן מיט תירוצים און חילוקים צווישן די אַמאָליקע ישיבה-שטיצער און די היינטיקע, קען מען אָבער פרעגן: מה נאמר ומה נדבר, מיט וואָס פאַר אַ תירוצים קען מען זיך ריינוואַשן, ווען מען זאָגט אַזוי צו זאָגן: 'אָט איז דאָ אַ בוכאַרער איד, ניט פון דער חב"ד-גזע, ניט קיין 'האָדוליע' פון 'תומכי-תמימים', און ער גיט אַוועק אַזוי פיל מיליאָנען - מיט אַזוי פיל האַרץ און נשמה! - אויסצוהאַלטן צענדליקער און הונדערטער חב"ד-שליחים אין רוסלאַנד א"א לענדער - און אויף אַ שטענדיקן אופן! - און ווי אַלע ווייסן איז דאָס ניט קיין אַנדערער ווי דער ג-ט-געבענטשטער און אויסנעמלעכער לוי לביוב יצ"ו. און אייגנטלעך איז דאָ נאָך איינער, וואָס איז לעילא ולעילא אין זיין אומגעוויינלעכער שטיצע פון די חב"ד-שליחים אין אַ סך פּונקטן; און אויך ער איז ניט דווקא אַ צווייג פון חב"ד-גזע. ווי ער הייסט גענוי, ווייס איך ניט, פון זיין גוואַלדיקן שם טוב, באַגלייט ממש מיט שיר ושבחה, איז מיר באַקאַנט דער זייער קורצער נאָמען - דזשאָרדזש ראָהר יצ"ו.
איז ווען מ'גיט ביי זיי אַ פרעג וועגן אַ תרומה (אויף זייער פאַרנעם) פאַר אַ חב"דישן חינוך-מוסד, וואו עס לערנען די קינדער פון די שלוחים - מוזן זיי אָנשטעלן גרויסע פאַרחידושטע אויגן, וואָס פרעגן דעם גרויסן "היתכן?!" זאָל טאַקע זיין, אַז די עטלעכע חב"ד-גבירים זיינען מיט זייער מיליאָנען נאָך ווייט פון לוי לביוב'ס ביליאָנען, אָבער, ראשית, האָט לביוב געעפנט זיין 'גאָלדן' האַרץ און האַנט ווען ער געווען ניט פיל רייכער ווי די היינטיקע חב"ד-גבירים. לוי לביוב איז אָבער גרייט צו פרעגן אַ שווערערע שאלה:
ס'איז קיין ספק ניט, אַז די היינטיקע "קליינע" חב"ד-גבירים זיינען נאָך ביכולת אויפצוהאַלטן די לאָקאַלע חב"ד-מוסדות אויף אַן אופן אַז די טאַטעס זאָלן געבן שכר-לימוד לויט זייער מעגלעכקייט - וועלן זיי ניט דאַרפן צאַפּלען זיך ביים זוכן הלוואות, און די גבירים וועלן דערביי ניט פאַרלירן זייער עשירות. דער עיקר חידוש וועט אַ לוי לביוב אָדער אַ דזשאָרדזש ראָהר אויסדריקן אין אַזעלכע ווערטער: וואו איז די הייליקע חסידישע ירושה פון אָט די חב"ד-גבירים, די ירושה און טראַדיציע פון דורות, פון אבות, וואָס האָבן אַוועקגעגעבן ניט בלויז זייערע פאַרמעגנס פאַר תורה און חסידות, נאָר אויך זייער לייב-און-לעבן?!
און לאָמיר פאַרשטאַרקן דעם חידוש: אני הקטן איז גוט באַקאַנט מיט אַ געוויסן 'חלק' פון דער חב"ד-גבירעשאַפט און כ'קען עדות זאָגן וועגן אַ גוטהאַרציקייט, וואָס איז יוצא מן הכלל און וואָס שטייט ניט אָפּ פון די אַמאָליקע חב"ד-נדבנים, און אפשר נאָך מיט אַ תוספת מרובה. טאָ פאַרוואָס אַזאַ צוריגעשטאַנענקייט בנוגע פאַרזיכערן דעם יסוד פון די עלעמענטאַרע תורה און חסידות-מוסדות און איינשפּאָרן אַזוי פיל עגמת-נפש פון אַ סך חסידישע טאַטעס? עפּעס איז דאָ ניט צו פאַרשטיין, מי ומי השולדיקע?
כ'האָב דאָ בלויז באַרירט אַ פּאָר שפּיצן פון דעם שווערן פּראָבלעם; און, ווי געזאָגט, ווייס איך, אַז איך וויל כאַפּן חלקים פון ריכטס און לינקס, דהיינו: מסתמא בעיקר פון געוויסע טאַטעס...
והא ראי' (אַ מין ווייטלעכער ביישפּיל): מיט איבער דרייסיק יאָר צוריק בין איך אַריין אין שול פון "770", אין "קליינעם" בית-מדרש אויבן. ס'איז געווען אַ שבת, ווען מ'האָט אָנגעהויבן דאַוונען שחרית, ס'איז אַריין - זע איך - אַן עלטערער חסידישער בן-תורה און אַ פאַרמאַטערטער, געזוכט אַן אָרט וואו זיך צוצוזעצן (ס'איז געווען אַ קאַלט-רעגנדיקער טאָג). ער זוכט דאָ און דאָרט, אָבער אַלע אַרומיקע טישן און בענק זיינען געווען באַזעצט - כמעט אַלע, מיט טאַטעס און מערערע אינגעלעך. שוין זשע וועט קיין איין טאַטע ניט זאָגן זיין אינגעלע, ער זאָל אָפּלאָזן זיין זיץ-אָרט פאַר אַן אַלטן חסיד און בן-תורה?
אָבער דער אַלטינקער חב"דניק איז געבליבן שטיין און אַלע אינגעלעך זיינען געבליבן זיצן. בין איך אַ נערוועזער מענטש, און איך האָב "אַריינגעזאָגט" די טאַטעס. זיי זיינען קנאַפּ נתפּעל געוואָרן. אָבער איך האָב סייווי געכאַפּט אַ "פּסק" פון וועמען? ניט פון די טאַטעס נאָר פון דעם איין חסידישן למדן:
- וואָס דרייסטו אַ קאָפּ?! דו מאַכסט זיך נאַריש! זיי, די קינדערלעך, זיינען דעם רבי'נס גוואַרדיע! זיי זיינען דער עיקר... וכדומה אַזעלכע טענות.
צום סוף, ווידער אַ פּאָר ווערטער, וועלכע רייסן דאָס האַרץ פון ביידע זייטן. דהיינו: פאַר "ג' תמוז" וואָלט אַזוינס ניט געשען... די גבירים וואָלטן ניט אָרעמער געוואָרן און מיר וואָלטן רייכער געווען מיט נאָך "אגרות קודש".