x
בניית אתרים בחינם
 
ווײַט-מיזרחדיקער צענטער פֿאַר ייִדישע שפּראַך- און קולטור-פֿאָרשונגען
Far Eastern Research Center for Jewish Culture and Yiddish

Дальневосточный Центр Изучения Идиша и Еврейской Культуры

 
 
   Timetable 2007     2007 Photos    Timetable 2008     2008 Photos    Mizrekh: journal    Virtual Guide
 
    Latest News
    Home
    Summer School 2008
    Diploma 2007
    Diploma 2008
    Links
    Summer School Lecturers
    Afn shvel: Birobidzhan Issue
    Virtual Library

די ערשטע ביראָבידזשאַנער אינטערנאַציאָנאַלע זומער-פּראָגראַם פֿון ייִדיש

 

צענטער פֿאַר אויספֿאָרשן די געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש

ווײַט-מיזרחדיקע מלוכה-אַקאַדעמיע פֿאַר הומאַניטאַרע און סאָציאַלע לימודים

 

30-13 אויגוסט 2007

כ"ט אָבֿ - ט"ז אלול תּשס"ז

 

ביראָבידזשאַן

ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט

רוסלאַנד

 

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש-לימודים ווערט דערעפֿנט אַן אינטערנאַציאָנאַלע זומער-פּראָגראַם פֿון ייִדיש אין ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. זינט 1934 איז ביראָבידזשאַן דאָס איינציקע אָרט אין דער וועלט וווּ ייִדיש האָט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס פֿון אַ מלוכה-שפּראַך. אין משך פֿון די יאָרן האָט ביראָבידזשאַן איבערגעלעבט אַ סך פּאָליטישע טראַגעדיעס און עקאָנאָמישע שוועריקייטן, וועלכע האָבן רויִנירט חלומות און טרוימען פֿון אַ סך ייִדישיסטן. קיינער אָבער האָט ניט אָפּגעשאפֿן אָפֿיציעל דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש אין דער אויטאָנאָמיע.

 

דאָס יאָר ווערט אָרגאַניזירט לעבן דעם פֿאַקולטעט פֿאַר פֿרעמדע שפּראַכן בײַ דער ווײַט-מיזרחדיקער מלוכה-אַקאַדעמיע פֿאַר הומאַניטאַרע און סאָציאַלע לימודים אין ביראָבידזשאַן דער צענטער פֿאַר אויספֿאָרשן די געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש. די ערשטע אונטערנעמונג פֿונעם צענטער וועט זײַן אָט די דרײַ-וואָכיקע זומער-פּראָגראַם, מיטן אָנטייל פֿון פֿירנדיקע ייִדיש-לעקטאָרן פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אויף דער וועלט און ייִדישע קולטור-טוער. די פּראָגראַם איז געווענדט סײַ פֿאַר אוניווערסיטעט-סטודענטן, סײַ פֿאַר אַלע פאַראינטערעסירטע.

 

די פּראָגראַם וועט באַשטיין פֿון 90 אַקאַדעמישע שעה (4 קרעדיטן). עס ווערן פֿאָרגעלייגט 4 שפּראַכניוואָען, לעקציעס וועגן ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, ווי אויך מאַסטערקלאַסן פֿון חזנים-רעפּערטואַר (מיט אַ חזן פֿון מאָנטרעאָל) און פֿון קינעמאַטאָגראַף אויף ייִדיש. די לימודים וועלן פֿאָרקומען אַלע טאָג, אַחוץ שבת, פֿון 9:30 אין דער פֿרי ביז 13:00 נאָך מיטאָג, און פֿון 17:00 ביז 18:30 אין אָוונט.

 

די צוהערערס וועלן אויך קריגן אַ מעגלעכקייט:
  • אָנטיילנעמען אין די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציִעס איבער די רחבֿותן פֿון דער ייִדישער געגנט און באַזוכן די איבערגעבליבענע איבערוואַנדערער-ייִשובֿים מיט ייִדישע נעמען – ביראָפֿעלד, וואַלדהיים, נײַפֿעלד, אַמורזעט;
  • זיך טרעפֿן מיט די ערשטע איבערוואַנדערער;
  • זיך טרעפֿן מיט די פֿאָרשטייערס פֿון דער אויטאָנאָמיע-רעגירונג; 
  • באַזוכן די אָרטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס – די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", די ראַדיאָ- און טעלעוויזיע-סטודיִעס, שולן, קהילה-אַנשטאַלטן, מוזייען, די שלום-עליכם ביבליִאָטעק;
  • זיך באַטייליקן אין אַן עקסקורסיע איבער די ייִדישע ערטער פֿון דער הויפּט-שטאָט פֿון דער אויטאָנאָמיע;
  • באַזוכן די שכנישע שטאָט כאַבאַראָווסק, דער צענטער פונעם רוסישן ווײַטן מיזרח; 
  • צוצופֿאָרן אין דער כינעזישער שטאָט כאַרבין און זיך באַקענען מיט דאָרטיקע ייִדישע מאָנומענטן, אָדער אין דעם רוסישן שטילאָקעאַנישן פּאָרט וולאַדיוואָסטאָק (אָפּציאָנעל)
  • פּראַווען שבת-טיש מיט דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער קהילה.
 
זײַט אַזוי גוט, שיקט די אַפּליקאַציע-פֿאָרמע אויפֿן בליצפּאָסט yiddish@mail.biu.ac.il
מיט אַ באַמערקונג "Summer School", אָדער אויפֿן אַדרעס  Yiddish Project, P.O.B. 24348, Jerusalem, Israel ביזן 10טן יוני 2007.
 
 
 
 
THANKS TO EVERYONE WHO BELIEVED IN US AND HELPED US -
ANONYMOUS FRIEND (ENGLAND), TUVIA SCHWARTZ (ISRAEL), MARK PAVLOVSKY (ISRAEL-GERMANY), OFRA ALYAGON (ISRAEL), ALEXANDER VINNIKOV (RUSSIA), IOSIF BRENER (RUSSIA), ANAT ADERET (ISRAEL), TAMAR SADE (ISRAEL), ALEXANDER SHERMAN (RUSSIA), VADIM KATSMAN (RUSSIA), MIKE ARONSON (ISRAEL), MORDEKHAI & ESTHER SHEINER (RUSSIA), ROMAN LEDER (RUSSIA), ALIK & LIKA FRENKEL (RUSSIA), HAVIV RETTIG (ISRAEL), BENI MER (ISRAEL), ITZIK GOTTESMAN (USA)